מכירה פומבית 6 מכירה מיוחדת לחג המצות! חפצי קודש לליל הסדר
Rarity Auction House
10.3.21
17 Perlman Dr. Suite 204 Spring Valley NY 10977, ארצות הברית
המכירה הסתיימה

פריט 80:

הזמנה נדירה משמחת הנחת תפילין של בעל אור שלום מוויזשניץ שנת תשכ"א בחיי זקנו הרה"ק רבי יעקב יוסף ...

לקטלוג
  לפריט הקודם
לפריט הבא 

מחיר פתיחה:
$ 100
עמלת בית המכירות: 22%
מע"מ: 8.38% על מחיר הפריט, אין מע"מ על העמלה
משתמשים ממדינות אחרות עשויים לקבל פטור ממע"מ בהתאם לחוקי המס המתאימים
המכירה התקיימה בתאריך 10.3.21 בבית המכירות Rarity Auction House
תגיות:

הזמנה נדירה משמחת הנחת תפילין של בעל אור שלום מוויזשניץ שנת תשכ"א בחיי זקנו הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא


השמחה היה גדולה עד מאד! שהתקיים בשיכון סקווירא בצל הקודש של הרה"ק רבי יעקב יוסף מסקווירא שהקריה היה אז בראשית ההתייסדות!


רבי פנחס שלום האגער (כ' אלול ה'תש"ח - י"ז סיון ה'תשע"ה), אויך באקאנט אלס בעל אור שלום איז געווען דער רב פון דער מאנסי-וויזשניצער געמיינדע אין בארא פארק, און דער עלטסטער זון פון רבי מרדכי האגער, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי.


רבי פנחס שלום, איז געבוירן כ' אלול ה'תש"ח אין וויליאמסבורג, צו זיין פאטער רבי מרדכי האגער, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי. ער איז גערופן געווארן "פנחס" נאך רבי פנחס טווערסקי פון אוסטילע, וועלכער איז געווען דער שווער פון זיין זיידן דער סקווערער רבי, און "שלום" נאך דעם שר שלום פון בעלזא, פון וועמען איז ער געווען אויכעט אן אייניקל און וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן אין דעם זעלבן טאג פון זיין ברית. אלס קינד, איז ער געהאדעוועט געווארן ביים טאטן און אויכעט אויפגעוואקסן אין שאטן פון זיין זיידן דער סקווערער רבי, וועלכער האט אים אייביג ארומגענומען מיט ליבשאפט. ווען עס איז געקומען די צייט, האט ער געהייראט זיין רעביצין מרת זיסל רייזל טאכטער פון הרה"ק רבי הערשעלע ספינקער און צוזאמען האבן זיי אויפגעשטעלט א שיינעם שטוב. געציילטע יארן נאך זיין חתונה, האט אים זיין פאטער דער וויזשניצער רבי באשטימט אלס רב פון דער ארטיגער מאנסי-וויזשניצער קהילה "קהל תורת חיים" אין בארא פארק. די געמיינדע דעמאלטס אין יענע יארן איז געווען נאך קליין, אבער מיט די יארן און אונטער דער פירערשאפט פון רבי פנחס שלום, האט אנגעהויבן צו בליען, און היינט צו טאגס זי ציילט אפ הונדערטער משפחות און א רייע פון מוסדות אין וועלכע לערנען טויזנטער תלמידים. רבי פנחס שלום איז געווען אומעטום באוואוסט מיט זיינע געוואלדיגע גוטע מידות, יראת שמים און צניעות, און איז געווען אן אויסערגעווענליכער ענוו. טראץ זיין אמט און מעמד, פלעגט ער אוועקלויפן פון כבוד אזוי ווי מען לויפט פון פייער, און מענטשן וואס האבן אים געקנענט דערמאנען זיך און דערציילען אז ער האט קיינמאל נישט געהאלטן אז צוליב דעם אז ער איז געווען פון רבי'שע משפחה דארף ער האבן א ספעציעלן יחס און באקומען אלעס גרייט אויף א "גאלדענעם טאץ", אדער האבן אן אייגענעם פראכטפולן אויטאמאביל, און דערציילען וויאזוי פלעגט ער פארן פון איין פלאץ צו א צווייטן מיט בוסן, אזוי ווי א "פשוט'ער מענטש", און אויב עס האט פאסירט אז איינער האט אים געוואלט געבן א "היטש" (טרעמפ), פלעגט ער קודם נאכפרעגן צו וועלכער ריכטונג פארט ער, כדי חלילה נישט צו מטריח זיין יענעם, און בלויז נאכדעם וואס דער דרייווער האט אים געזאגט אז ער פארט "סיי ווי" יענער וועג, איז ער אריינגעגאנגען אין אויטא.


לקטלוג
  לפריט הקודם
לפריט הבא 
נגישות
menu